10 ווער עס איז געטריי אינם קלענסטן, דער איז אויך געטריי אין א סך; און ווער עס איז אומגערעכט אינם קלענסטן, דער איז אויך אומגערעכט אין א סך.
האט זיין האר געזאגט צו אים: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה!
און ער האט צו אים געזאגט: וואויל, דו גוטער קנעכט! ווייל דו ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, זאלסטו האבן מאכט איבער צען שטעט!
האט זיין האר צו אים געזאגט: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה!
וואס איז געווען געטריי צו אים, וועלכער האט אים באשטימט, פונקט ווי אויך משה אין זיין גאנץ הויז.
און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, נישט ווייל ער האט זיך געדאגהט וועגן די ארעמעלייט; נאר ווייל ער איז געווען א גנב, און געהאט די פושקע און פלעגט אונטערשלאגן, וואס מען האט אריינגעלייגט.
און נאך דעם ביסן איז דער שׂטן דעמאלט אריין אין אים. יהושע/ישוע האט דעריבער צו אים געזאגט: וואס דו טוסט, טו גיך.
און בשעת דער סעודה אין אוונט, נאך דעם ווי דער שׂטן האט שוין געהאט געלייגט אין הארצן פון יהודה בן שמעון איש‑קריות, אז ער זאל אים פארראטן,
ווער זשע איז דער געטרייער און קלוגער קנעכט, וועמען דער האר האט געזעצט איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די שפייז אין דער ריכטיקער צייט?