9 און דער, וואס האט דיך און אים איינגעלאדן, וועט קומען און זאגן צו דיר: גיב אים דאס ארט! און דעמאלט וועסטו אנהויבן מיט חרפה צו פארנעמען דאס לעצטע ארט.
ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.
און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען אלע זיינע קעגנער פארשעמט געווארן; און דער גאנצער עולם מענטשן האט זיך געפריידט איבער אלע וואונדערלעכע מעשים, וואס זענען געשען דורך אים.