15 און הערנדיק דאס, האט איינער פון די מיטזיצנדיקע געזאגט צו אים: וואויל איז דעם, וואס עסט ברויט אין דעם קעניגרייך פון ה׳!
און ער האט צו מיר געזאגט: שרייב: וואויל איז די, וואס זענען גערופן צו דעם סעודות נישואין פון דעם לעמעלע! און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע זענען די ווארהאפטיקע ווערטער פון ה׳.
כדי איר זאלט עסן און טרינקען אויף מיין טיש אין מיין קעניגרייך; און זיצן אויף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל.
און זיי וועלן קומען פון מזרח און מערב, פון צפון און דרום, און וועלן זיך אנידערזעצן אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
און בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען קויפן, איז דער חתן געקומען; און די, וואס זענען געווען גרייט, זענען אריינגעגאנגען מיט אים אויף דער חתונה, און די טיר איז פארשלאסן געווארן.
וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען.
און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים.
ווארום איך זאג אייך: איך וועל עס מער נישט עסן, ביז עס וועט דערפילט ווערן אין דעם קעניגרייך פון ה׳.