Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 13:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 אָ ירושלים, ירושלים, וואס טייט די נביאים און שטייניקט די, וואס זענען געשיקט צו איר! וויפל מאל האב איך שוין געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט!

Gade chapit la Kopi




לוקאס 13:34
46 Referans Kwoze  

וועמען פון די נביאים האבן אייערע עלטערן נישט גערודפט? און האבן געטייט די, וואס האבן פארויסגעזאגט וועגן דעם קומען פון דעם צדיק, וועמעס מוסרים און רוצחים איר זענט איצט געווארן;


יהושע/ישוע אבער האט זיך אויסגעדרייט צו זיי און געזאגט: טעכטער פון ירושלים, וויינט נישט איבער מיר; נאר וויינט ליבער איבער זיך אליין, און איבער אייערע קינדער!


און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!


און די איבריקע האבן געכאפט זיינע קנעכט, זיי מיאוס באהאנדלט און געטייט.


און געשיקט זיינע קנעכט רופן די פארבעטענע צו דער חתונה; און זיי האבן נישט געוואלט קומען.


און זייערע לייבער וועלן ליגן אויף דער גאס פון דער גרויסער שטאט, וואס, רוחניותדיק גערעדט, הייסט סדום און מצרים, וואו אויך זייער האר איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן.


און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.


און האבן געשטייניקט סטעפאנוסן, בשעת ער האט אויסגערופן און געזאגט: האר יהושע/ישוע, נעם אויף מיין גייסט.


און ער איז צארנדיק געווארן, און האט נישט געוואלט אריינגיין; זיין פאטער אבער איז ארויסגעקומען און האט אים געבעטן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite