Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 13:25 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

25 ווען איינמאל דער בעל הבית האט זיך אויפגעהויבן און פארשלאסן די טיר, און איר וועט אנהויבן צו שטיין אינדרויסן און קלאפן אין דער טיר און זאגן: האר, עפן אונדז אויף! און ער וועט ענטפערנדיק זאגן צו אייך: איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט!

Gade chapit la Kopi




לוקאס 13:25
12 Referans Kwoze  

און ער וועט ענטפערן: איך זאג אייך, איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט; אוועק פון מיר איר אלע, וואס טוט אומגערעכטיקייט!


און פארוואס רופט איר מיך, האר, האר, און טוט נישט וואס איך זאג?


דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!


ווארום איר ווייסט, אז אפילו שפעטער, ווען ער האט געוואלט ירשענען די ברכה, איז ער פארווארפן געווארן; ווארום ער האט נישט געפונען קיין מעגלעכקייט פון תשובה, הגם ער האט זי געזוכט מיט טרערן.


ווארום ער זאגט: אין אן עת רצון האב איך דיך דערהערט, און אין א טאג פון ישועה האב איך דיר געהאלפן; (ישעיהו מט, ח.) זע, איצט איז די באוויליקטע צייט; אָט איצט איז דער טאג פון ישועה;


ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite