Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 13:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 און זי, וואס איז א בת אברהם, וועמען דער שׂטן האט געבונדן, זע, אכצן יאר לאנג, האט זי דען נישט געזאלט אויפגעבונדן ווערן פון דער דאזיקער געבונדנקייט אין דעם טאג פון שבת?

Gade chapit la Kopi




לוקאס 13:16
11 Referans Kwoze  

און ער האט צו זיי געזאגט: דער שבת איז באשאפן געווארן צוליב דעם מענטשן, און נישט דער מענטש צוליב דעם שבת.


און ווידער ניכטער צו ווערן אויס דעם שׂטנס פאסטקע ארויס, וואס ער האט זיי געפאנגען צו זיין ווילן.


ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן.


איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר.


יהושע/ישוע האט אבער צו אים געזאגט: היינט איז א ישועה געקומען אויף דעם דאזיקן הויז, ווייל אפילו ער איז א בן אברהם;


ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.


דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען!


און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite