Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 12:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 דער אבער, וואס פארלייקנט מיך פאר מענטשן, וועט פארלייקנט ווערן פאר די מלאכים פון ה׳.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 12:9
15 Referans Kwoze  

אויב מיר האבן סבלנות, וועלן מיר אויך קעניגן צוזאמען מיט אים; אויב מיר וועלן אים פארלייקענען, וועט ער אויך אונדז פארלייקענען;


ווארום ווער עס שעמט זיך מיט מיר און מיט די ווערטער מיינע, מיט דעם דאזיקן וועט דער בר אנש זיך שעמען, ווען ער וועט קומען אין זיין הערלעכקייט און (אין דער הערלעכקייט) פון דעם פאטער און פון די הייליקע מלאכים.


ווארום ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע ווערטער אין דעם דאזיקן נואפדיקן און זינדיקן דור, וועט דער בר אנש זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט די הייליקע מלאכים.


ווער אבער עס וועט מיך פארלייקענען פאר די מענטשן, וועל איך דעם אויך פארלייקענען פאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל.


איך קען דיינע מעשים. אָט האב איך געגעבן פאר דיר אן אפענע טיר, וואס קיינער וועט זי נישט קענען צושליסן; ווייל דו האסט ווייניק קראפט, און האסט אפגעהיטן מיין ווארט, און נישט פארלייקנט מיין נאמען.


און דעמאלט וועל איך מודה זיין פאר זיי: איך האב אייך קיינמאל נישט געקענט; אוועק פון מיר, איר, וואס טוט רשעות.


יעדער, וועלכער פארלייקנט דעם זון, האט אויך נישט דעם פאטער; ווער וואס איז מודה אין דעם זון, דער האט דעם פאטער אויך.


ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: באמת זאג איך אייך, איך קען אייך נישט!


און איצט, קינדער, בלייבט אין אים; כדי ווען ער וועט נתגלה ווערן, זאלן מיר האבן דרייסטקייט, און זיך נישט דארפן שעמען פאר אים ביי זיין אנקומען.


דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!


ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד;


אָט אזוי, זאג איך אייך, ווערט א שמחה פאר די מלאכים פון ה׳ איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה.


און ער האט עס אפגעלייקנט, אזוי צו זאגן: אשה, איך קען אים נישט!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite