Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 12:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 איך זאג אייך אבער, מיינע פריינד: האט נישט קיין מורא פאר די, וואס טייטן דעם גוף און נאך דעם זענען נישט ביכולת עפעס מער צו טאן.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 12:4
20 Referans Kwoze  

און פארכט זיך נישט פאר די, וואס טייטן דעם גוף, אבער האבן נישט קיין קראפט צו טייטן די נשמה; אמער זאלט איר זיך פארכטן פאר דעם, וואס איז בכוח צו פארדארבן סיי די נשמה סיי דעם גוף אין גיהנום.


האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.


און אין גארנישט אנגעשראקן פון די קעגנער: וועלכעס איז צו זיי א באווייז פון פארלוירן ווערן, צו אייך אבער פון רעטונג, און דאס דאזיקע איז פון ה׳;


נאר אויב אפילו איר זאלט ליידן צוליב גערעכטיקייט, איז וואויל אייך; און פאר זייער מורא זאלט איר זיך נישט פארכטן, נישט זאלט איר זיך דערשרעקן;


און עס איז דערפילט געווארן דער פסוק, וואס זאגט: און אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט (בראשית טו, ו.); און ער איז גערופן געווארן א פריינד פון ג‑ט. (ישעיהו מא, ח.)


נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.


און ווען זיי האבן געזען דעם מוט פון פעטרוסן און יוחנן, און האבן פארשטאנען, אז זיי זענען אומגעלערנטע און איינפאכע מענטשן, האבן זיי זיך געוואונדערט, און דערקענט, אז זיי זענען געווען מיט יהושען/ישוען.


קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite