Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 12:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 דערווייל האט זיך פארזאמלט א המון פון טויזנטער מענטשן, אזוי אז זיי האבן זיך געטרעטן איינס דאס אנדערע, האט ער אנגעהויבן צום ערשט צו זאגן צו זיינע תלמידים: היט זיך פאר דעם זויערטייג פון די פרושים, וועלכעס איז צביעות.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 12:1
18 Referans Kwoze  

דעריבער, טוט אפ פון זיך יעדע רשעות און יעדע פאלשקייט און צביעות און קנאה און יעדע לשון הרע,


די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.


איר צבועקעס, דאס אויסזען פון דער ערד און פון דעם הימל ווייסט איר אויסצופארשן; און ווי איז עס וואס איר פארשט נישט די דאזיקע צייט?


ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.)


און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה;


וויי איז צו אייך, אז איר זענט ווי קברים, וואס מען דערקענט נישט; און די מענטשן, וואס גייען ארום אויף זיי, ווייסן עס נישט!


און איז מיט זיי אראפגעשטיגן און האט זיך געשטעלט אויף א פלאך ארט, און א גרויסע מאסע פון זיינע תלמידים און א גרויסער המון עם פון גאנץ יהודה און ירושלים און פון דער געגנט ביים ים פון צור און צידון,


אבער דער באריכט וועגן אים האט זיך נאכמער פארשפרייט, און גרויסע מאסן מענטשן זענען זיך צוזאמענגעקומען, אים צו הערן און געהיילט צו ווערן פון זייערע שלאפקייטן.


און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת;


נאר איר זענט געקומען צום הר ציון און צו דער שטאט פונם לעבעדיקן ג‑ט, דעם הימלישן ירושלים און צו צענער טויזנטער פון מלאכים,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite