Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 11:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און איך זאג אייך: בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן, זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן!

Gade chapit la Kopi




לוקאס 11:9
40 Referans Kwoze  

דערפאר זאג איך אייך: אלץ, אויף וואס איר וועט תפילה טאן און בעטן, גלויבט, אז איר האט עס באקומען, און עס וועט (אזוי) זיין צו אייך.


און אלץ, וואס איר וועט בעטן אין תפילה, אויב איר וועט גלויבן, וועט איר עס באקומען.


נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.


אויב איר בלייבט אין מיר, און מיינע ווערטער בלייבן אין אייך, מעגט איר בעטן וואס איר ווילט נאר, און עס וועט אייך געטאן ווערן.


און וואס איר וועט נאר בעטן אין מיין נאמען, וועל איך דאס דאזיקע טאן, כדי דער פאטער זאל פארהערלעכט ווערן אין דעם זון.


און וואס מיר בעטן, דאס באקומען מיר פון אים, ווייל מיר היטן אפ זיינע געבאטן, און טאן דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים.


אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.


אָן אמונה אבער איז נישט מעגלעך אים וואוילצוגעפעלן; ווייל דער, וואס דערנענטערט זיך צו ה׳ מוז גלויבן, אז ער איז, און אז ער וועט זיין א גומל שכר צו די, וואס זוכן אים.


און די תפילה פון אמונה וועט ראטעווען דעם חולה, און דער האר וועט אים אויפשטעלן; און אויב ער האט געהאט געטאן א זינד, וועט עס אים פארגעבן ווערן.


לאמיר זשע קומען מיט בטחון צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: אויב דו וואלסט געקענט די מתנה פון ה׳, און ווער דער איז, וואס זאגט צו דיר: גיב מיר צו טרינקען, וואלסטו אים געבעטן, און ער וואלט דיר געגעבן לעבעדיק וואסער.


איך זאג אייך אבער, אז שלמה מיט זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אזוי אנגעטאן, ווי איינע פון די דאזיקע.


ווארום ער זאגט: אין אן עת רצון האב איך דיך דערהערט, און אין א טאג פון ישועה האב איך דיר געהאלפן; (ישעיהו מט, ח.) זע, איצט איז די באוויליקטע צייט; אָט איצט איז דער טאג פון ישועה;


און וואס איך זאג אייך, זאג איך אלעמען: וואכט!


צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן;


דערנאך האט ער חרטה געהאט, און איז געגאנגען. ווער פון די ביידע האט געטאן דעם פאטערס רצון? זאגן זיי: דער לעצטער. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: באמת זאג איך אייך, אז די שטייער אויפמאנער און די זונות גייען אריין פארויס פאר אייך אין דעם קעניגרייך פון ה׳.


צו אייך אבער זאג איך, צו די איבריקע אין טיאטירא, צו אזעלכע, וואס האבן נישט די דאזיקע (פאלשע) לערנונג, וועלכע קענען נישט די טיפענישן פון דעם שׂטן, ווי מען זאגט; איך וועל נישט ווארפן אויף אייך קיין אנדערע לאסט.


ווארום יעדער איינער, וואס בעט, באקומט; און ווער עס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite