7 און יענער אינעווייניק ענטפערנדיק וועט זאגן: זיי מיך נישט מטריח; די טיר איז שוין צוגעשלאסן, און מיינע קינדער זענען מיט מיר אין בעט; איך קען נישט אויפשטיין און דיר געבן!
ווען איינמאל דער בעל הבית האט זיך אויפגעהויבן און פארשלאסן די טיר, און איר וועט אנהויבן צו שטיין אינדרויסן און קלאפן אין דער טיר און זאגן: האר, עפן אונדז אויף! און ער וועט ענטפערנדיק זאגן צו אייך: איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט!
איבריקנס זאל מיר קיינער (מער נישט) פארשאפן קיין מידיקייט, ווארום איך טראג אין מיין גוף די צייכנס פון דעם (האר) יהושע/ישוע.
איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך;
און בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען קויפן, איז דער חתן געקומען; און די, וואס זענען געווען גרייט, זענען אריינגעגאנגען מיט אים אויף דער חתונה, און די טיר איז פארשלאסן געווארן.
ווייל א פריינד מיינער איז געקומען פון אונטערוועגנס צו מיר, און איך האב נישט וואס אנידערצולייגן פאר אים;
איך זאג אייך; אויב ער וועט נישט אויפשטיין און אים געבן, מחמת ער איז זיין פריינד, דאך צוליב זיין עזות פנימדיקייט וועט ער אויפשטיין און אים געבן, אזויפיל וויפל ער באדארף.