Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 11:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 דאס ליכט פון דעם קערפער איז דאס אויג דיינס. ווען דיין אויג איז געזונט, איז אויך דיין גאנצער קערפער ליכטיק; אויב אבער עס איז שלעכט, איז אויך דער גאנצער גוף דיינער חושך.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 11:34
28 Referans Kwoze  

אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


איר קנעכט, זייט געהארכזאם אין אלעם צו אייערע הארן לויטן פלייש, נישט צו דינען נאר פארן אויג, ווי די, וועלכע זענען אויסן חן ביי מענטשן, נאר מיט אן אויפריכטיקייט פון דעם הארצן, פארכטנדיק זיך פאר דעם האר;


איך פארכט מיך אבער, טאמער, ווי די שלאנג האט פארפירט חוהן מיט איר כיטרעקייט, וועלן אייערע געדאנקען פארדארבן ווערן פון דער אויפריכטיקייט און לויטערקייט לגבי דעם משיח.


פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


אז דער ג‑ט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער פאטער פון כבוד, זאל אייך געבן א גייסט פון חכמה און פון אנטפלעקונג אין דער דערקענטעניש פון אים;


כדי קוקנדיק זאלן זיי קוקן און נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי הערן און נישט באנעמען; טאמער וועלן זיי תשובה טאן און עס וועט זיי פארגעבן ווערן. (ישעיהו ו, ט-י.)


ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.


איר האט אויגן און זעט נישט, און אויערן און הערט נישט? און צי געדענקט איר נישט,


און איצט אָט זע, די האנט פון דעם האר איז אויף דיר, און דו וועסט זיין בלינד, וועסט נישט זען די זון ביז אויף א צייט. און אין אן אויגנבליק איז אויף אים געפאלן א טונקלקייט און א פינצטערניש, און ער איז ארומגעגאנגען און האט געזוכט (אזעלכע, וואס) זאלן אים פירן ביי דער האנט.


איר קנעכט, געהארכט די, וואס לויטן פלייש זענען אייערע הארן, מיט מורא און ציטערניש אין דער איינפאכקייט פון אייער הארץ, ווי דעם משיח;


און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן,


ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט;


גיב זשע אכטונג, אז דאס ליכט אין דיר זאל נישט זיין קיין פינצטערניש!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite