Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 10:40 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

40 מרתא אבער האט זיך זייער געפארעט איבער א סך באדינען; און זי איז צוגעקומען און געזאגט: האר, עס קימערט דיך נישט וואס מיין שוועסטער האט מיך איבערגעלאזט איינע אליין צו באדינען? זאג זשע איר, אז זי זאל מיר צוהעלפן.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 10:40
12 Referans Kwoze  

ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.


און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף.


און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און האט אנגעהויבן צו שרייען אויף אים, אזוי צו זאגן: שוין דיך, האר! דאס דאזיקע זאל דיר נישט געשען!


און אנטקעגן אוונט זענען די תלמידים געקומען צו אים, און האבן געזאגט; דאס איז א וויסט ארט, און די שעה איז שוין פארביי; לאז דעריבער אפ די מאסן מענטשן, כדי זיי זאלן גיין אין די דערפער אריין, און זיך קויפן שפייז.


ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און אנגעשריגן אויף זיי;


און ווי זיינע קרובים האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען אים כאפן, ווארום זיי האבן געזאגט: ער איז אראפ פון זינען.


און בשעת זיי זענען ווייטער געגאנגען, איז ער אריינגעקומען אין א געוויס דארף; און א פרוי מיט דעם נאמען מרתא האט אים אויפגענומען אין איר הויז אריין.


און דער האר האט איר ענטפערנדיק געזאגט: מרתא, מרתא, דו זארגסט דיך און קימערסט דיך וועגן א סך זאכן;


און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית‑היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא.


און יהושע/ישוע האט ליב געהאט מרתאן און איר שוועסטער און אלעזרן.


מען האט דעריבער דארטן פאר אים געמאכט א סעודה, און מרתא האט באדינט; אלעזר אבער איז געווען איינער פון די, וואס זענען געזעסן מיט אים ביים טיש.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite