Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 10:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער; און קיינער ווייסט נישט, ווער דער זון איז, אחוץ דער פאטער; און ווער דער פאטער איז, (ווייסט קיינער נישט) אחוץ דער זון, און דער, צו וועמען דער זון וויל עס אנטפלעקן.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 10:22
20 Referans Kwoze  

אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין.


קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.


ווי דער פאטער קען מיך, און איך קען דעם פאטער; און מיין לעבן לייג איך אנידער פאר די שאף.


יעדער איינער, וועלכער איז עובר און בלייבט נישט אין דער לערנונג פון דעם משיח, האט נישט ה׳; ווער עס בלייבט יא אין דער לערנונג, דער האט סאי דעם פאטער סאי דעם זון.


ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.


און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.


און איך האב צו זיי באקאנט געמאכט דיין נאמען, און וועל אים באקאנט מאכן, כדי די ליבע, מיט וועלכער דו האסט מיך ליב געהאט, זאל זיין אין זיי, און איך אין זיי.


ווי דו האסט אים געגעבן מאכט איבער יעדן בשר (ודם), כדי ער זאל געבן אייביק לעבן צו אלעמען, וואס דו האסט אים געגעבן.


און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד.


(יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳,


דער פאטער האט ליב דעם זון, און האט אלץ געגעבן אין זיין האנט אריין.


און אים געשטעלט איבער די מעשים פון דיינע הענט: אלץ האסטו אונטערטעניק געמאכט אונטער זיינע פיס. (תהלים ח, ה-ז.) ווארום אונטערטעניקנדיק אלץ צו אים, האט ער נישט איבערגעלאזט קיין זאך, וואס איז אים נישט אונטערטעניק. נאר איצט זען מיר נאך נישט אלץ אונטערטעניק צו אים.


העכער פון יעדער הערשאפט און ממשלה און מאכט און רעגירונג און יעדן נאמען, וואס ווערט גערופן, נישט נאר אין דער דאזיקער וועלט, נאר אויך לעולם הבא;


נאך דעם דער קץ, ווען ער וועט איבערגעבן דאס קעניגרייך צו ג‑ט דעם פאטער; ווען ער וועט בטל מאכן יעדע ממשלה און יעדע הערשאפט און מאכט.


און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין, און דיינס איז מיין; און איך בין פארהערלעכט אין זיי.


און איצט, פאטער, פארהערלעך דו מיך, מיט דער הערלעכקייט, וואס איך האב געהאט ביי דיר, איידער די וועלט איז (באשאפן) געווארן.


אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite