68 געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל. ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק,
און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.
געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וואס האט אונדז געבענטשט מיט יעדער רוחניותדיקער ברכה אין די הימלישע ערטער אינם משיח;
אויך זי איז געקומען אין דער זעלביקער שעה, האט געלויבט ה׳, און גערעדט וועגן אים צו אלע, וואס האבן געהאפט אויף דער אויסלייזונג פון ירושלים.
געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער האט לויט זיינע גרויסע רחמים אונדז ווידערגעבוירן צו א לעבעדיקער האפענונג דורך יהושע/ישוע המשיחס אויפשטיין פון די טויטע,
אין וועמען מיר האבן די ישועה דורך זיין בלוט, די פארגעבונג פון (אונדזערע) זינד, לויט דער עשירות פון זיין חסד,
און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!
א רעטונג פון אונדזערע שונאים און אויס דער האנט פון אלע, וואס האסן אונדז;
מיר אבער האבן געהאפט, אז ער איז דאס, וועלכער האט געזאלט אויסלייזן דאס (פאלק) ישראל. און אויסער דעם איז שוין היינט דער דריטער טאג, זינט די דאזיקע זאכן זענען געשען.
אויך נישט מיט דעם בלוט פון בעק און קעלבער, נאר מיט זיין אייגן בלוט, איז אריינגעגאנגען איינמאל פאר אלעמאל אינם קדשי קדשים, און געפונען אן אייביקע ישועה.