42 און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב.
און האבן געזאגט: געבענטשט איז דער קעניג, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר (ה׳); שלום אין הימל, און כבוד אין די הויכקייטן!
און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר.
ווייל ער האט געבליקט אויף דער נידעריקייט פון זיין דינסטמויד; ווארום זע, פון איצט אָן וועלן מיך רופן געבענטשטע אלע דורות,
און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.
צו זיי געהערן די אבות, און פון זיי איז לויטן פלייש דער משיח, ווער איז ג‑ט איבער אלע, מיט לויב אויף אייביק. אמן.
און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש,
און פארוואס איז דאס דאזיקע מיר געשען, אז די מוטער פון מיין האר זאל קומען צו מיר?