30 און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳,
דער מלאך אבער האט צו אים געזאגט: פארכט דיך נישט, זכריה; ווייל דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און אלישבע, דיין ווייב, וועט דיר געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יוחנן.
וואס זאלן מיר דעריבער זאגן צו דעם אלעם? אויב ה׳ איז מיט אונדז, ווער קען זיין קעגן אונדז?
יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא!
האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך!
און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו די פרויען: האט נישט קיין מורא! מחמת איך ווייס, אז איר זוכט יהושען/ישוען וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן.
אזוי צו זאגן: פארכט דיך נישט, פוילוס; דו דארפסט שטיין פארן קיסר; און זע, ה׳ האט דיר געשענקט אלע, וואס פארן מיט דיר.
אזוי, אז מיר קענען זאגן בטחון פול: דער האר (ג‑ט) איז מיין העלפער, איך וועל מיך נישט שרעקן; וואס וועט א מענטש מיר טאן? (תהלים קיח, ו.)