28 און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר.
און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳,
צום לויב פון דעם כבוד פון זיין חסד, מיט וועלכן ער האט אונדז באגנעדיקט אין זיין געליבטן זון;
ווייל איך בין מיט דיר, און קיינער וועט דיך נישט אנרירן, דיר שלעכטס צו טאן; מחמת איך האב א גרויס פאלק אין דער דאזיקער שטאט.
און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב.
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו דעם, וואס האט עס אים געזאגט: ווער איז מיין מוטער, און ווער זענען מיינע ברידער?
צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים.
זי האט זיך אבער דערשראקן איבער דעם ווארט, און האט זיך געטראכט, וואס זאל די דאזיקע באגריסונג באטייטן?