Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 1:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 און זע, דו וועסט זיין שטום און נישט קענען רעדן ביז צום טאג ווען די דאזיקע זאכן וועלן געשען, ווייל דו האסט נישט געגלויבט מיינע ווערטער, וועלכע וועלן דערפילט ווערן אין זייער צייט.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 1:20
22 Referans Kwoze  

וועלכע איך האב ליב, די שטראף איך און ציכטיק; זיי זשע אייפערדיק און טו תשובה.


כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן


און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער נישט געקענט רעדן צו זיי; און זיי האבן פארשטאנען, אז ער האט געזען א חזיון אינם היכל; און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט זיי דורך צייכנס, און איז פארבלייבן שטום.


אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,


אויב מיר גלויבן נישט, בלייבט ער (אלץ) געטריי; ווארום ער קען זיך נישט פארלייקענען.


און אז וואויל איז איר וואס האט געגלויבט, אז עס וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואס איז איר געזאגט געווארן פונם האר (ה׳).


דערנאך האט ער זיך באוויזן צו די עלף אליין, בשעת זיי זענען געזעסן ביים טיש, און האט זיי פארגעווארפן זייער אומגלויבן און הארטקייט פון הארצן, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט די, וואס האבן אים געזען אן אויפגעשטאנענעם.


ער אבער ענטפערנדיק זאגט צו זיי: אָ, אומגלויביק דור! ווילאנג זאל איך נאך זיין מיט אייך? ביז ווען זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר!


און אויב א טייל האבן נישט געגלויבט, וואס מאכט עס דען אויס? צי מאכט דען זייער אומגלויבן צונישט די געטריישאפט פון ה׳?


און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל (דניאל ח, טז; ט, כא.), וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן.


און דאס פאלק האט געווארט אויף זכריהן, און האט זיך געוואונדערט וואס ער זוימט זיך אינם היכל,


און אין אן אויגנבליק האבן זיך זיין מויל און צונג געעפנט; און ער האט גערעדט, לויבנדיק ה׳.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite