Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 1:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.)

Gade chapit la Kopi




לוקאס 1:17
38 Referans Kwoze  

און אויב איר ווילט עס אננעמען, איז ער אליהו, וואס דארף קומען.


און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער, ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)


איר אליין זענט מיינע עדות, אז איך האב געזאגט: איך בין נישט דער משיח, נאר אז איך בין געשיקט געווארן פאר אים.


און איך האב געזען טראנען, און מען האט זיך אנידערגעזעצט אויף זיי, און דאס משפט איז זיי געגעבן געווארן; און די נשמות פון די, וואס מען האט זיי אפגעהאקט דעם קאפ צוליב דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען און צוליב ה׳ס ווארט, און וועלכע האבן זיך נישט געבוקט צו דער חיה, נישט צו איר בילד, און נישט אנגענומען דעם סימן אויף זייער שטערן און נישט אויף זייער האנט; און זיי זענען לעבעדיק געווארן, און האבן געקעניגט צוזאמען מיט דעם משיח טויזנט יאר.


איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)


און זאלט דאנקען דעם פאטער, וועלכער האט אונדז מזכה געווען צו דעם חלק פון דער ירושה פון די הייליקע אין ליכט,


ווען דעריבער עמיצער וועט זיך לייטערן פון די דאזיקע, וועט ער זיין א כלי צו כבוד, געהייליקט, נוצלעך פאר דעם האר, גרייט צו כלערליי מעשים טובים.


און כדי באקאנט צו מאכן די עשירות פון זיין כבוד אויף די געפעסן פון בארעמהארציקייט, וועלכע ער האט פארויס צוגעגרייט צו כבוד,


דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר.


און איך האב געזען, און האב עדות געזאגט, אז ער איז דער זון פון דער אויבערשטער.


וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳.


און א סך פון די קינדער ישראל וועט ער צוריקפירן צום האר, דעם ג‑ט זייערן.


מחמת יוחנן האט צו אים געזאגט: דו טארסט זי נישט האבן.


און איצט, קינדער, בלייבט אין אים; כדי ווען ער וועט נתגלה ווערן, זאלן מיר האבן דרייסטקייט, און זיך נישט דארפן שעמען פאר אים ביי זיין אנקומען.


און יוחנן אליין האט געהאט א מלבוש פון קעמל האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן; און זיין שפייז איז געווען היישעריקן און ווילדער האניק.


מחמת דאס איז ער, פון וועמען עס איז גערעדט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט גרייט דעם וועג פון דעם האר (ג‑ט), מאכט גלייך זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite