22 די יידן האבן דעריבער געזאגט: נישט וועט ער זיך א מעשה אנטאן? ווייל ער זאגט: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען.
האבן די יידן צו אים געזאגט: איצט ווייסן מיר, אז דו האסט א בייזן גייסט. אברהם איז געשטארבן, און די נביאים; און דו זאגסט: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט טועם זיין פונם טויט אויף אייביק.
די יידן האבן געענטפערט, און געזאגט צו אים: צי זאגן מיר דען נישט ריכטיק, אז דו ביסט א שומרוני, און האסט א בייזן גייסט?
לאמיר דעריבער ארויסגיין צו אים אויסער דער מחנה און טראגן זיין חרפה.
ווארום באטראכט אים, וואס איז אויסגעשטאנען אזא אפאזיציע פון חוטאים קעגן אים, כדי איר זאלט נישט מיד און מאט ווערן אין אייערע זעלן.
און א סך פון זיי האבן געזאגט: ער האט א בייזן גייסט, און איז אראפ פון זינען; פארוואס הערט איר אים?
די יידן האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואו וועט דאס דער דאזיקער גיין, אז מיר זאלן אים נישט געפינען? נישט וועט ער דען גיין צו די, וואס זענען צעשפרייט צווישן די גריכן, און לערנען די גריכן?
האט דער המון מענטשן געענטפערט: דו האסט א בייזן גייסט; ווער זוכט דיך צו טייטן?
און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?