52 האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: צי ביסטו אויך פון גליל? פארש און זע, אז פון גליל שטייט נישט אויף קיין נביא.
אנדערע האבן געזאגט: דאס איז דער משיח! אנדערע האבן געזאגט: ניין, דער משיח קומט דאך נישט ארויס פון גליל?
און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע.
האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט אינגאנצן געבוירן געווארן אין זינד, און דו לערנסט אונדז? און האבן אים ארויסגעווארפן אינדרויסן.
איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.
(און יעדער איינער איז זיך אהיים געגאנגען.)