Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 4:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און דארט איז געווען יעקבס ברונעם. און זייענדיק מיד פון דער נסיעה, האט יהושע/ישוע זיך אזוי אנידערגעזעצט ביים ברונעם; עס איז געווען ארום דער זעקסטער שעה.

Gade chapit la Kopi




יוחנן 4:6
12 Referans Kwoze  

ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.


צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.


און זע, עס איז געווארן א גרויסער שטורמווינט אויפן ים, אז דאס שיפל איז אזש באדעקט געווארן פון די כוואליעס; ער אבער איז געשלאפן.


און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.


און פאסטנדיק פערציק טעג און פערציק נעכט, איז ער דערנאך הונגעריק געווארן.


ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך.


האט יהושע/ישוע געענטפערט: צי האט דען נישט דער טאג צוועלף שעה? ווער עס גייט ארום בייטאג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאס ליכט פון דער דאזיקער וועלט.


און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: די פוקסן האבן היילן און די פייגל פון הימל נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט וואו דעם קאפ אנידערצולייגן.


און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה.


און אזוי קומט ער אין א שטאט פון שומרון, וועלכע מען רופט סוכר, נאענט ביי דעם פעלד, וואס יעקב האט געגעבן צו זיין זון יוסף;


קומט א פרוי פון שומרון שעפן וואסער; זאגט יהושע/ישוע צו איר: גיב מיר צו טרינקען.


צי ביסטו דען גרעסער ווי אונדזער פאטער יעקב, וועלכער האט אונדז געגעבן דעם ברונעם, און אליין פון אים געטרונקען, און זיינע זין און זיינע סטאדעס?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite