5 און אזוי קומט ער אין א שטאט פון שומרון, וועלכע מען רופט סוכר, נאענט ביי דעם פעלד, וואס יעקב האט געגעבן צו זיין זון יוסף;
צי ביסטו דען גרעסער ווי אונדזער פאטער יעקב, וועלכער האט אונדז געגעבן דעם ברונעם, און אליין פון אים געטרונקען, און זיינע זין און זיינע סטאדעס?
און געשיקט שליחים פארויס פאר זיך; און זיי זענען אוועק און זענען אריינגעגאנגען אין א דארף פון די שומרונים, כדי צוצוגרייטן פאר אים.
און דארט איז געווען יעקבס ברונעם. און זייענדיק מיד פון דער נסיעה, האט יהושע/ישוע זיך אזוי אנידערגעזעצט ביים ברונעם; עס איז געווען ארום דער זעקסטער שעה.
ווארום די תלמידים זיינע זענען אוועקגעגאנגען אין שטאט אריין, כדי איינצוקויפן שפייז.
און פון יענער שטאט האבן א סך שומרונים געגלויבט אין אים דורך דעם ווארט פון דער פרוי, וואס האט עדות געזאגט: ער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן.