Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 4:48 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

48 און יהושע/ישוע האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן.

Gade chapit la Kopi




יוחנן 4:48
29 Referans Kwoze  

זאגט יהושע/ישוע צו אים: ווייל דו האסט מיך געזען, גלויבסטו? וואויל איז די, וואס האבן נישט געזען און גלויבן דאך!


בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון.


און בעת יידן פארלאנגען אותות און גריכן זוכן חכמה,


מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,


און הגם ער האט געטאן פאר זיי אזויפיל נסים, האבן זיי (אלץ) נישט געגלויבט אין אים;


די צייכנס פון א שליח זענען דאך געווירקט געווארן צווישן אייך אין יעדער סבלנות, אין אותות און מופתים און גבורות.


מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;


דעריבער האבן זיי דארטן פארברענגט א לענגערע צייט, רעדנדיק מיט דרייסטקייט פון דעם האר, וועלכער האט מעיד געווען אויף דעם ווארט פון זיין חסד, געבנדיק, אז עס זאלן געשען אותות און מופתים דורך זייערע הענט.


ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.


מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.


און עס איז געקומען א מורא אויף יעדן נפש, און א סך מופתים און אותות זענען געשען דורך די שליחים.


די יידן האבן דעריבער געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס פאר א צייכן ווייזט דו אונדז, אז דו טוסט די דאזיקע זאכן?


ער אבער האט געזאגט צו אים: אויב זיי וועלן נישט הערן משהן און די נביאים, וועלן זיי זיך אויך נישט לאזן איבערצייגן, אויב עמיצער וועט אויפשטיין פון די טויטע.


וואס זיין קומען איז לויט דער ווירקונג פון דעם שׂטן מיט פיל גבורה און פאלשע אותות און מופתים,


און דער גאנצער עולם האט געשוויגן; און זיך צוגעהערט צו בר‑נבאן און פוילוסן, וועלכע האבן דערציילט וואס פאר אותות און מופתים ה׳ האט געטאן צווישן די אומות (העולם) דורך זיי.


ער האט זיי ארויסגעפירט, טוענדיק אותות און מופתים אינם לאנד מצרים און אינם ים סוף און אין דער מדבר פערציק יאר לאנג.


און סטעפאנוס, פול מיט גנאד און גבורה, האט געטאן גרויסע אותות און מופתים צווישן דעם פאלק.


און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה.


בשעת דו טוסט אויסשטרעקן דיין האנט צו היילן, און צו טאן אותות און מופתים דורך דעם נאמען פון דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע.


איך וועל געבן מופתים אויבן אין הימל און אותות אונטן אויף דער ערד, בלוט און פייער און א וואלקן רויך.


אויב איך וואלט נישט געטאן צווישן זיי די מעשים, וואס קיין אנדערער האט נישט געטאן, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי געזען (די דאזיקע) און האבן מיך דאך פיינט און דעם פאטער מיינעם.


ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב געזען דעם שׂטן פאלן, ווי א בליץ פון הימל.


אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן. ער איז דער מלך פון ישראל; זאל ער איצט אראפקומען פון בוים, און מיר וועלן גלויבן אין אים!


און די פרושים און צדוקים זענען געקומען, כדי אים אויסצופרואוון, און האבן פארלאנגט, אז ער זאל זיי ווייזן אן אות מן השמים.


זאגט דער קעניגלעכער באאמטער צו אים: האר, קום אראפ, איידער מיין קינד שטארבט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite