18 ווארום דו האסט שוין געהאט פינף מענער, און ער, וועמען דו האסט איצט, איז נישט דיין מאן; דאס דאזיקע האסטו אמת געזאגט.
און אויב זי גט זיך מיט איר מאן, און האט חתונה מיט אן אנדערן, טוט זי זנות.
דעריבער, ווען ביים מאנס לעבן זי וועט זיך איבערגעבן צו אן אנדערן מאן, וועט זי גערופן ווערן נואפת; אבער אויב דער מאן שטארבט, איז זי פריי פון דעם געזעץ, און נישט קיין נואפת, ווען זי ווערט (דאס ווייב) פון אן אנדערן מאן.
די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.
האט די פרוי געענטפערט און געזאגט: איך האב נישט קיין מאן. זאגט יהושע/ישוע צו איר: דו האסט ריכטיק געזאגט: איך האב נישט קיין מאן;
זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא.
זאגט יהושע/ישוע צו איר: גיי רוף דיין מאן, און קום אהער.