15 זאגט די פרוי צו אים: האר, גיב מיר דאס דאזיקע וואסער, כדי איך זאל נישט דורשטן, און נישט דארפן אהערקומען אנצושעפן.
האבן זיי דעריבער געזאגט צו אים: האר, גיב אונדז תמיד דאס דאזיקע ברויט.
ווארום די, וואס זענען לויטן פלייש, דענקען פון פליישלעכע זאכן, אבער די, וואס זענען לויטן גייסט, גייסטלעכע זאכן.
ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט און געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איר זוכט מיך, נישט ווייל איר האט געזען נסים נאר ווייל איר האט געגעסן פון די ברויטן און זענט זאט געווארן.
און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.
איר בעט יא און באקומט נישט, ווייל איר בעט שלעכט, כדי איר זאלט עס פארצערן אין אייערע תאוות.
דער נאטירלעכער מענטש אבער נעמט נישט אָן דאס (וואס קומט) פון ה׳ס גייסט; ווייל עס איז א נארישקייט פאר אים; און ער קען עס (גאר) נישט פארשטיין ווייל עס מוז געמשפט ווערן אויף א רוחניותדיקן אופן.
זאגט יהושע/ישוע צו איר: גיי רוף דיין מאן, און קום אהער.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן.