Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 3:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳.

Gade chapit la Kopi




יוחנן 3:18
19 Referans Kwoze  

ווער עס גלויבט אין דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט דאס עדות אין זיך אליין; ווער עס גלויבט נישט ה׳, דער האט אים געמאכט פאר א ליגנער, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם עדות, וואס ה׳ האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.


ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן.


אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע.


באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.


ווער עס האט דעם זון, דער האט דאס לעבן; ווער עס האט נישט דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט נישט דאס לעבן.


דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.


זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח,


דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים.


ווער וועט פאראורטיילן? משיח יהושע/ישוע איז עס וועלכער איז געשטארבן, און נאכמער, ער איז אויפגעשטאנען, וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער זייט, און איז זיך אויך משתדל פאר אונדז.


און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.


באמת, באמת זאג איך אייך: דער מאמין האט אייביק לעבן.


ווארום דאס דאזיקע איז מיין פאטערס רצון, אז יעדער איינער, וואס זעט דעם זון און גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.


קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.


וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט,


היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל,


וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען:


ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.


און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.


און אָט דאס דאזיקע איז זיין געבאט, אז מיר זאלן גלויבן אין דעם נאמען פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח, און ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי ער האט אונדז געגעבן א געבאט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite