Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 3:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט א רבי בישראל, און ווייסט דאס נישט?

Gade chapit la Kopi




יוחנן 3:10
28 Referans Kwoze  

יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר בלאנדזשעט, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳.


לאזט זיי גיין! זיי זענען בלינדע פירער פון בלינדע. און ווען א בלינדער פירט א בלינדן, וועלן ביידע אריינפאלן אין גרוב אריין.


אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער!


ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;


ווייל נישט דער איז א ייד, וואס איז (א ייד) אויסערלעך, מילה איז אויך נישט דאס, וואס איז בלויז אויסערלעך אינם גוף;


אין וועמען איר זענט אויך געמלט געווארן מיט א באשניידונג (מילה) נישט מיט הענט געמאכט, דורך אויסטאן זיך פון דעם גוף פון פלייש, אין דער באשניידונג (מילה) פון דעם משיח;


און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האבן זיי אים געפונען אין בית המקדש זיצנדיק אין דער מיט צווישן די תנאים, און ער האט זיך צוגעהערט צו זיי און זיי געשטעלט קשיות;


און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן.


נקדימון האט געענטפערט און געזאגט צו אים: וויאזוי קען דאס געשען?


נאר עס איז אויפגעשטאנען א געוויסער מאן אינם סנהדרין, א פרוש, וואס האט געהייסן גמליאל, א תנא, הויך געאכט ביים גאנצן פאלק, און האט באפוילן מען זאל די מענטשן ארויספירן אויף א וויילע.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite