4 און ווען עס איז שוין געווען אינדערפרי, איז יהושע/ישוע געשטאנען ביים ברעג; דאך האבן די תלמידים נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע.
דאס זאגנדיק, האט זי זיך אויסגעדרייט הינטער זיך, און זעט יהושען/ישוען שטיין, און האט נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע.
און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן, און זיי האבן אים דערקענט; און ער איז פון זיי פארשווונדן.
נאך דעם האט ער זיך באוויזן אין אן אנדער געשטאלט צו צוויי פון זיי, בשעת זיי זענען געגאנגען אין פעלד אריין.