Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 21:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 זאגט שמעון פעטרוס צו זיי: איך גיי פאנגען פיש! זאגן זיי צו אים: מיר וועלן אויך קומען מיט דיר. און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען איינגעשטיגן אינם שיפל; און אין יענער נאכט האבן זיי גארנישט געכאפט.

Gade chapit la Kopi




יוחנן 21:3
11 Referans Kwoze  

און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן.


ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.


אזוי ארום איז שוין דער פלאנצער גארנישט, און דער באוואסערער גארנישט; נאר ה׳, וועלכער מאכט וואקסן.


אדער בין איך עס אליין און בר‑נבא, וואס מיר האבן נישט קיין רשות נישט צו ארבעטן?


איר אליין ווייסט, אז די דאזיקע הענט מיינע האבן מיר געדינט פאר מיינע הצטרכותן און פאר די הצטרכותן פון מיינע באגלייטער.


און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה.


און ווען עס איז שוין געווען אינדערפרי, איז יהושע/ישוע געשטאנען ביים ברעג; דאך האבן די תלמידים נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite