41 און אויף דעם ארט, וואו ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען א גארטן, און אין דעם גארטן א ניי קבר, אין וועלכן עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן.
און האט אים אראפגענומען, אים איינגעוויקלט אין א ליילעך, און געלייגט אין א קבר, אויסגעהאקט אין א פעלדזן, וואו עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן.
און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען.
זאגט יהושע/ישוע צו איר: אשה, וואס וויינסטו? וועמען זוכסטו? און מיינענדיק, אז ער איז דער גערטנער, זאגט זי צו אים: האר, אויב דו האסט אים אוועקגעטראגן, זאג מיר, וואו דו האסט אים געלייגט, און איך וועל אים אוועקנעמען.
און דארטן—צוליב דעם ערב שבת ביי יידן, ווייל דאס קבר איז געווען נאענט—האבן זיי געלייגט יהושען/ישוען.