Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 17:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 איך בעט דיך פאר זייערטוועגן; איך בעט נישט פאר דער וועלט, נאר פאר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, ווייל זיי זענען דיין;

Gade chapit la Kopi




יוחנן 17:9
17 Referans Kwoze  

ווארום דער משיח איז נישט אריינגעגאנגען אין א מקדש, וואס איז געווען געמאכט פון מענטשלעכע הענט, א בילד פון דעם אמתן; נאר ממש אין הימל אריין, איצט צו דערשיינען פאר ה׳ס פנים פאר אונדזערטוועגן;


ווי דו האסט אים געגעבן מאכט איבער יעדן בשר (ודם), כדי ער זאל געבן אייביק לעבן צו אלעמען, וואס דו האסט אים געגעבן.


איך האב אנטפלעקט דיין נאמען צו די מענטשן, וועלכע דו האסט מיר געגעבן אויס דער וועלט; דיין זענען זיי געווען, און דו האסט זיי מיר געגעבן; און זיי האבן געהאלטן דיין ווארט.


און נישט נאר פאר די דאזיקע אליין בעט איך, נאר אויך פאר יענע, וואס וועלן גלויבן אין מיר דורך זייער ווארט,


איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער!


מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן.


און איך וועל בעטן דעם פאטער, און ער וועט אייך געבן אן אנדערן פרקליט, כדי ער זאל זיין מיט אייך אויף אייביק;


און ווער עס האט זיך נישט געפונען איינגעשריבן אין דעם ספר החיים, דער איז אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער.


און עס וועלן זיך בוקן צו איר אלע איינוואוינער פון דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון דעם לעמעלע, וואס איז געשחטן געווארן זינט בריאת העולם.


פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי.


און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.


ווי אבער די פאסטוכער האבן געזען, וואס עס האט געטראפן, זענען זיי אנטלאפן און האבן עס דערציילט אין דער שטאט און אין די דערפער.


יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.)


אלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן.


און דאס דאזיקע איז דער רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט, אז פון אלעם, וואס ער האט מיר געגעבן, זאל איך גארנישט פארלירן, נאר איך זאל עס אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite