5 איך בין דער וויינשטאק; איר זענט די צווייגן; ווער עס בלייבט אין מיר, און איך אין אים, דער ברענגט א סך פירות; ווייל אָן מיר קענט איר גארנישט טאן.
איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.
צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳;
נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.
די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,
ווארום מיר קענען גארנישט (טאן) קעגן דעם אמת, נאר פאר דעם אמת.
יהושע/ישוע האט דעריבער געענטפערט און געזאגט צו זיי: באמת, באמת זאג איך אייך: דער זון קען פון זיך אליין גארנישט טאן, אחוץ דאס, וואס ער זעט דעם פאטער טאן; ווארום וואס ער טוט, דאס טוט אויך דער זון אויף אן ענלעכן אופן.
יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.
נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.
באמת, באמת זאג איך אייך: אויב דאס קערנדל ווייץ פאלט אין דער ערד אריין און שטארבט נישט, בלייבט עס אליין; אויב אבער עס שטארבט יא, ברענגט עס א סך פירות.
אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳.
אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.
אויב דער דאזיקער וואלט נישט געווען פון ה׳, וואלט ער גארנישט געקענט טאן.
נישט אז איך בין אויסן די מתנה; נאר איך זוך די פרוכט, וואס זאל זיך פארמערן צו אייער חשבון.
אבער איצט, זייענדיק באפרייט פון דער זינד און זענט געווארן קנעכט צו ה׳, האט איר אייער פרוכט צו קדושה און צום סוף דאס אייביקע לעבן.
און עס איז נישט פאראן קיין ישועה אין קיין אנדערן; ווארום עס איז נישטא אונטערן הימל קיין אנדערער נאמען, וואס איז געגעבן געווארן צווישן מענטשן, דורך וועלכן מיר זאלן געראטעוועט ווערן.
ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח.
צו וועמען איר קומט, צו דעם לעבעדיקן שטיין, וואס פון מענטשן טאקע איז ער פארשטויסן, ביי ה׳ אבער אויסדערוויילט, קאסטבאר,
און איר זענט משיחס גוף, און אברים יעדער באזונדער.
ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט—
און דער, וועלכער גיט זאמען דעם זייער און ברויט צום עסן, וועט געבן און פארפילפאכן אייער זאמען, און מאכן וואקסן די פרוכט פון אייער צדקה;
וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;
אזוי זענען מיר, די פילע, איין גוף אינם משיח, און יעדער באזונדער גלידער איינער פונם אנדערן.
דער כוס פון ברכה, אויף וועלכן מיר מאכן א ברכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם בלוט פון דעם משיח? דאס ברויט, וואס מיר ברעכן, צי איז עס דען נישט חברותאשאפט מיט דעם גוף פון דעם משיח?
ער האט אבער נישט קיין שורש אין זיך, נאר איז לפי שעה. און קומט א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלט ער באלד.