2 און בשעת דער סעודה אין אוונט, נאך דעם ווי דער שׂטן האט שוין געהאט געלייגט אין הארצן פון יהודה בן שמעון איש‑קריות, אז ער זאל אים פארראטן,
פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד?
ווארום ה׳ האט עס זיי געגעבן אין זייערע הערצער אריין, צו טאן זיין עצה, און צו מאכן איין דעה, און צו געבן זייער קעניגרייך צו דער חיה, ביז ה׳ס ווערטער וועלן דערפילט ווערן.
צווישן וועלכע מיר האבן אויך אמאל געלעבט אין די תאוות פון אונדזער פלייש, טוענדיק דעם ווילן פון דעם פלייש און פון דעם פארשטאנד, און לויט דער נאטור זענען מיר געווען קינדער פון צארן פונקט אזוי ווי אפילו די אנדערע—
א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט די זעלביקע זארג אין טיטוסנס הארץ פאר אייערטוועגן.
שמעון, שמעון, זע, דער שׂטן האט זיך אויסגעבעטן, אייך צו זיפען ווי ווייץ;
און דער שׂטן איז אריינגעגאנגען אין יהודהן, וואס מען האט אים גערופן איש‑קריות, זייענדיק פון דער צאל פון די צוועלף.
איז ער אויפגעשטאנען פונם טיש, און האט אוועקגעלייגט די מלבושים, און נעמענדיק א האנטוך, האט ער זיך ארומגעגארטלט.
שמעון הקנאי און יהודה איש‑קריות, וואס האט אים אויך פארראטן.
ווארום ער האט געוואוסט, ווער עס וועט אים פארראטן; דערפאר האט ער געזאגט: נישט אלע זענט איר ריין.