Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 13:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס.

Gade chapit la Kopi




יוחנן 13:13
18 Referans Kwoze  

און פארוואס רופט איר מיך, האר, האר, און טוט נישט וואס איך זאג?


און יעדע צונג זאל מודה זיין, אז יהושע/ישוע המשיח איז האר, צום כבוד פון ג‑ט דעם פאטער.


דערפאר לאז איך אייך וויסן, אז קיינער, וועלכער רעדט דורך ה׳ס גייסט, זאגט נישט: פארפלוכט זאל זיין יהושע/ישוע; און קיינער קען נישט זאגן: יהושע/ישוע איז האר, אחוץ דורך דעם רוח הקודש.


און האבנדיק דאס געזאגט, איז זי אוועקגעגאנגען, און האט גערופן איר שוועסטער שטילערהייט, און געזאגט צו איר: דער רבי איז דא און רופט דיך.


יא, איך באטראכט טאקע אלץ ווי א פארלוסט פון וועגן דער דערהויבנקייט פון דער דערקענטעניש פונם משיח יהושע/ישוע מיין האר, צוליב וועמען איך האב אלץ פארלוירן, און איך באטראכט אלץ ווי מיסט, כדי איך זאל געווינען משיחן,


דאך פאר אונדז—נאר איין ג‑ט, דער פאטער, פון וועמען אלץ איז, און מיר פאר אים; און איין האר, יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען אלץ איז, און מיר דורך אים.


גלויבסט, אז עס איז פאראן איין ג‑ט? דו טוסט וואויל! אפילו די טייוולאנים גלויבן עס און ציטערן.


האט ער צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געענטפערט; טו דאס דאזיקע, און דו וועסט לעבן.


שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: איך נעם אָן, אז דער, וועמען ער האט דאס מערסטע געשענקט. און ער האט צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געמשפט!


גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.


און די מרים איז עס געווען, וואס האט געזאלבט דעם האר מיט טייער זאלב, און אים אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר, וועמעס ברודער אלעזר איז געלעגן קראנק.


די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק.


און איר הארן, טוט די זעלביקע זאכן לגבי זיי, אויפהערנדיק צו דראען, ווייל איר ווייסט, אז זייער האר און אייערער איז אין הימל, און פאר אים גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite