5 א פרעמדן אבער וועלן זיי בשום אופן נישט נאכפאלגן, נאר וועלן אנטלויפן פון אים, ווייל זיי קענען נישט דאס קול פון פרעמדע.
איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער;
און ער האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג, וואס איר הערט! מיט וואס פאר א מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן, און עס וועט אייך נאך צוגעגעבן ווערן א צולאג.
איך האב אייך נישט געשריבן, ווייל איר קענט נישט דעם אמת, נאר ווייל איר קענט אים, און ווייל (איר ווייסט, אז) קיין שקר איז נישט אויס דעם אמת.
פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.
ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן;
דעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט.
און ווען ער האט ארויסגעלאזט אלע זיינע אייגענע, גייט ער פארויס פאר זיי, און די שאף פאלגן אים נאך, ווייל זיי קענען זיין קול.
און אנדערע שאף האב איך, וואס זענען נישט פון דעם דאזיקן הויף; זיי מוז איך אויך פירן, און זיי וועלן הערן מיין קול; און עס וועט ווערן איין סטאדע, איין פאסטוך.