Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 10:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 דער געדונגענער, און דער, וואס איז נישט קיין פאסטוך, צו וועמען עס געהערן נישט די שאף, זעט דעם וואלף קומען, און פארלאזט די שאף, און אנטלויפט; און דער וואלף פארצוקט און צעשפרייט זיי;

Gade chapit la Kopi




יוחנן 10:12
15 Referans Kwoze  

און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.


ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין;


ווארום דעמאס האט מיך פארלאזן, ליב האבנדיק עולם הזה, און איז אוועק קיין טעסאלאניקא; קרעסצענס קיין גאלאטיען, טיטוס קיין דאלמאטיען.


אויך אזוי מוזן די שמשים זיין ערווירדיקע (לייט), נישט קיין טאפלצונגיקע, נישט קיין ליבהאבער פון פיל וויין, נישט גענייגט נאך שענדלעכן געווין;


נישט קיין טרינקער, נישט קיין שלעגער; נאר מילד, נישט קיין בעל מחלוקת, נישט קיין געלטליבהאבער;


איך ווייס, אז נאך מיין אוועקגיין וועלן אריינקומען צווישן אייך בייזע וועלף, וואס וועלן נישט האבן קיין רחמנות אויף דער סטאדע;


פאשעט ה׳ס סטאדע, וואס איז ביי אייך, געבנדיק השגחה, נישט געצוואונגענערהייט, נאר אויס גוטן ווילן, לויט (דעם רצון פון) ה׳; און נישט צוליב שענדלעכע פארדינסטן, נאר מיט מונטערקייט;


פאר אים עפנט דער שומר; און די שאף הערן זיין קול, און ער רופט זיינע שאף ביים נאמען, און פירט זיי ארויס.


זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. זייט זשע קלוג ווי די שלאנגען, און אָן פאלשקייט ווי די טויבן.


היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף.


דער אבער וואס קומט אריין דורך דער טיר, איז דער פאסטוך פון די שאף.


ער אנטלויפט, ווייל ער איז א געדונגענער, און עס קימערט אים נישט וועגן די שאף.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite