Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 10:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 דער גנב קומט נישט אחוץ כדי צו גנבענען און הרגענען און צו פארדארבן; איך בין געקומען, כדי זיי זאלן האבן לעבן, און אז זיי זאלן האבן א שפע.

Gade chapit la Kopi




יוחנן 10:10
25 Referans Kwoze  

ווארום דער בר אנש איז געקומען צו זוכן און צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.


איך בין דאס לעבעדיקע ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; אויב עמיצער וועט עסן פון דעם דאזיקן ברויט, וועט ער לעבן ביז אויף אייביק; און דאס ברויט, וואס איך וועל געבן, איז מיין פלייש, פאר דעם לעבן פון דער וועלט.


און אויב עמיצער הערט מיינע רייד, און היט זיי נישט, וועל איך אים נישט משפטן; ווארום איך בין נישט געקומען, כדי איך זאל משפטן די וועלט, נאר כדי איך זאל ראטעווען די וועלט.


ווארום דאס ברויט פון ה׳ איז ער, וואס קומט אראפ פונם הימל און גיט לעבן צו דער וועלט.


ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן.


באגלויבט איז דאס ווארט, און ראוי אינגאנצן אנגענומען צו ווערן, אז משיח יהושע/ישוע איז געקומען אין דער וועלט אריין צו ראטעווען חוטאים, פון וועלכע איך בין דער ערשטער;


באמת, באמת זאג איך אייך; דער, וואס קומט נישט אריין דורך דער טיר אינם הויף פון די שאף, נאר שטייגט אריין דורך ערגעץ אנדערשוואו, יענער איז א גנב און א גזלן.


גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.


פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי.


ווארום אָט אזוי וועט אייך רייכלעך געגעבן ווערן דער אריינגאנג אין דעם אייביקן מלכות פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח.


און ה׳, ווילנדיק נאכמער ארויסווייזן צו די יורשים פון דער הבטחה, די נישטפארענדערלעכקייט פון זיין עצה, האט צוגעלייגט דערצו א שבועה,


וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.


דעריבער דו, וואס לערנסט אן אנדערן, פארוואס לערנסטו נישט דיך אליין? דו דרשנסט, מען זאל נישט גנבענען, און אליין גנבעסטו!


גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.


און ער האט זיי געלערנט, און האט צו זיי געזאגט: צי שטייט דען נישט געשריבן: מיין הויז זאל גערופן ווערן א בית תפילה פאר אלע פעלקער? (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א רויבער הייל! (ירמיהו ז, יא.)


און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, נישט ווייל ער האט זיך געדאגהט וועגן די ארעמעלייט; נאר ווייל ער איז געווען א גנב, און געהאט די פושקע און פלעגט אונטערשלאגן, וואס מען האט אריינגעלייגט.


און זאגט צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט גערופן ווערן א בית תפילה! (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א הייל פון גזלנים. (ירמיהו ז, יא.)


און איר ווילט נישט קומען צו מיר, כדי איר זאלט האבן לעבן.


איך בין דער גוטער פאסטוך; דער גוטער פאסטוך איז זיך מוסר נפש פאר די שאף.


(מחמת דער בר אנש איז געקומען, כדי צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.)


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite