6 עס איז געווען א מענטש, פון ה׳ געשיקט, זיין נאמען איז געווען יוחנן.
איר אליין זענט מיינע עדות, אז איך האב געזאגט: איך בין נישט דער משיח, נאר אז איך בין געשיקט געווארן פאר אים.
און איך האב אים נישט געקענט; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט טובל צו זיין מיט וואסער אין א מקווה, האט צו מיר געזאגט: אויף וועמען דו וועסט זען דעם גייסט אראפשוועבן, און בלייבן אויף אים, דער דאזיקער איז עס, וועלכער איז טובל אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.
וואס פאר זיין קומען האט יוחנן אויסגערופן א מקווה פון תשובה צום גאנצן פאלק ישראל.
און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער, ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)
דאס איז ער, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן: זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים, ער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר. (מלאכי ג, א.)
דער מלאך אבער האט צו אים געזאגט: פארכט דיך נישט, זכריה; ווייל דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און אלישבע, דיין ווייב, וועט דיר געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יוחנן.
יוחננס מקווה—פון וואנען איז געווען? פון הימל אדער פון מענטשן? און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: פון הימל, וועט ער זאגן צו אונדז: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט?