Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יוחנן 1:48 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

48 זאגט נתנאל צו אים: פונוואנען קענסטו מיך? האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: איידער נאך פיליפוס האט דיך גערופן, האב איך דיך געזען, בשעת דו ביסט נאך געווען אונטער דעם פייגנבוים.

Gade chapit la Kopi




יוחנן 1:48
14 Referans Kwoze  

און נישט נייטיק געהאט, אז עמיצער זאל עדות זאגן וועגן דעם מענטשן; ווארום ער אליין האט געוואוסט וואס עס איז אין א מענטשן.


דו אבער, ווען דו טוסט תפילה, גיי אריין אין דיין חדרל, און פארשליס די טיר, און זיי מתפלל צו דיין פאטער, וואס איז פארבארגן, און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.


די פארבארגענע זאכן פון זיין הארצן ווערן אנטפלעקט; און אזוי ארום, פאלנדיק אויפן פנים, וועט ער זיך בוקן צו ה׳, מודה זייענדיק, אז ה׳ איז באמת צווישן אייך.


דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.


פיליפוס און בר‑תלמי; תומא און מתתיהו דער שטייער אויפמאנער; יעקב בן חלפי און תדי;


און דער פיליפוס איז געווען פון בית‑צידה, פון דער שטאט פון אנדריי און פעטרוס.


און ווי יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן און געזען, אז א גרויסער המון מענטשן קומט צו אים, זאגט ער צו פיליפוסן: פונוואנען זאלן מיר קויפן ברויט, כדי זיי זאלן האבן צו עסן?


פיליפוס האט אים געענטפערט: צוויי הונדערט דינרים ברויט וועט פאר זיי נישט געניגן, אז יעדער איינער זאל בלויז נעמען א שטיקל.


און זיי זענען צוגעקומען צו פיליפוסן, וואס האט געשטאמט פון בית‑צידה אין גליל, און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האר, מיר ווילן זען יהושען/ישוען.


זאגט פיליפוס צו אים: האר, ווייז אונדז דעם פאטער, און עס וועט זיין גענוג פאר אונדז.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite