23 האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.)
א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט פארטיק דעם הארס וועג, גלייכט אויס זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
מחמת דאס איז ער, פון וועמען עס איז גערעדט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט גרייט דעם וועג פון דעם האר (ג‑ט), מאכט גלייך זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
איר אליין זענט מיינע עדות, אז איך האב געזאגט: איך בין נישט דער משיח, נאר אז איך בין געשיקט געווארן פאר אים.
האבן זיי דעריבער געזאגט: ווער זשע ביסטו? כדי מיר זאלן געבן אן ענטפער צו די, וואס האבן אונדז געשיקט. וואס זאגסטו וועגן דיר אליין?
און די שליחים זענען געווען פון די פרושים.