13 ליידט עמיצער צווישן אייך? זאל ער תפילה טאן. איז עמיצער אין גוטער שטימונג? זאל ער זינגען שירות ותשבחות.
רעדנדיק איינער מיט דעם אנדערן מיט שירות ותשבחות און רוחניותדיקע שירים, און זינגט און שפילט אין אייער הארץ צום האר;
וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט.
און זיי זינגען א נייעם שיר פאר דעם כסא הכבוד און פאר די פיר חיות און זקנים; און קיינער האט נישט געקענט לערנען דעם שיר, אחוץ די הונדערט פיר און פערציק טויזנט, די אויסגעקויפטע פון דער ערד.
און א טויט אנגסט איז אויף אים געקומען, און ער האט העפטיקער תפילה געטאן; און זיין שווייס איז געווארן ווי בלוטסטראפן, וואס זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד.
און זיי האבן אפגעזונגען הלל, און זענען ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
און האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: די ישועה איז ביי אונדזער ג‑ט, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און ביי דעם לעמעלע.
וואס זשע איז עס, ברידער? ווען איר פארזאמלט אייך, האט יעדער איינער א מזמור, א לערנונג, אן אנטפלעקונג, א לשון, א פארטייטשונג; זאל אלץ געטאן ווערן צו דערבויאונג.
און האט געזאגט: יהושע/ישוע, געדענק מיך, ווען דו קומסט אין דיין מלכות אריין!
ווי זשע זאל עס זיין? איך וועל תפילה טאן מיט דעם גייסט, און וועל אויך תפילה טאן מיטן שכל; איך וועל זינגען מיט דעם גייסט, און וועל אויך זינגען מיטן פארשטאנד.
נעמט אייך אלס א ביישפיל, ברידער, פון ליידן בייז און פון געדולד, די נביאים, וועלכע האבן גערעדט אין דעם נאמען פון דעם האר (ג‑ט).