Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יעקבס בריוו 2:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 נאר עמיצער וועט זאגן: דו האסט אמונה, און איך האב מעשים? ווייז מיר דיין אמונה אָן די מעשים, און איך וועל דיר ווייזן מיין אמונה דורך די מעשים.

Gade chapit la Kopi




יעקבס בריוו 2:18
20 Referans Kwoze  

ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה.


דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה;


וואס נוצט עס, ברידער מיינע, ווען איינער זאגט, ער האט אמונה, נאר קיין מעשים האט ער נישט? צי קען אים דען די (ציטירן ניטציטירן) אמונה העלפן?


ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.


אין אלעם זאלסטו דיך אליין האלטן פאר א פארבילד פון מעשים טובים, (ארויסווייזנדיק) אין דער לערנונג אומפארדארבנקייט, ווירדיקן ערנסט,


דער אבער, וואס איז מסופק, ווען ער עסט, איז פארמשפט ווייל ער טוט עס נישט פון אמונה; און אלץ, וואס איז נישט פון אמונה איז א חטא.


דורך אמונה איז רחב הזונה נישט אומגעקומען מיט די אומגלויביקע, ווייל זי האט אויפגענומען די מרגלים בשלום.


וועלכע האבן דורך אמונה איינגענומען קעניגרייכן, געטאן גערעכטיקייט, דערגרייכט הבטחות, פארשטאפט די מיילער פון לייבן,


אָן אמונה אבער איז נישט מעגלעך אים וואוילצוגעפעלן; ווייל דער, וואס דערנענטערט זיך צו ה׳ מוז גלויבן, אז ער איז, און אז ער וועט זיין א גומל שכר צו די, וואס זוכן אים.


און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.


ווארום מיר דרינגען ארויס, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך אמונה אָן די מעשים פון דער תורה.


דעריבער, האבנדיק די דאזיקע הבטחות, געליבטע, לאמיר זיך רייניקן פון יעדער באפלעקונג פון דעם פלייש און פון דעם גייסט, משלים צו זיין קדושה אין דער מורא פון ה׳.


דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!


אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע.


דוד רעדט אויך אזוי איבער דער גליקלעכקייט פון דעם מענטשן, וועמען ה׳ פאררעכנט גערעכטיקייט אָן (פארלאזן זיך אויף) מעשים (טובים):


דו וועסט מיר דעריבער זאגן: טא פארוואס באשולדיקט ער נאך? ווארום ווער שטעלט זיך אנטקייגן זיין רצון?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite