Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יעקבס בריוו 2:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 וואס נוצט עס, ברידער מיינע, ווען איינער זאגט, ער האט אמונה, נאר קיין מעשים האט ער נישט? צי קען אים דען די (ציטירן ניטציטירן) אמונה העלפן?

Gade chapit la Kopi




יעקבס בריוו 2:14
31 Referans Kwoze  

דער אבער וואס הערט און טוט נישט, איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געבויט אויף דער ערד א הויז אָן א פונדאמענט; אנטקעגן וועלכן דער שטראם האט זיך געווארפן און עס איז באלד איינגעפאלן, און דער צוזאמענברוך פון יענעם הויז איז געווען גרויס.


זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.


און צוליב דעם זעלביקן סיבה, איר מוזן מאכן אלע מי צו צוגעבן צולייגן אין דער אמונה אייערער די גוטע מידה; און צו דער גוטע מידה דאס וויסן;


ווארום פונקט ווי א גוף אָן א נשמה איז טויט, אויך אזוי איז די אמונה אָן מעשים טויט.


דורך אמונה האט אברהם מקריב געווען יצחקן, ווען ער איז אויסגעפרואווט געווארן; דער, וואס האט אנגענומען די הבטחות, האט געברענגט צו (דער עקידה) זיין בן יחיד;


לאזט זיך נישט פארפירן פון פארשיידענע און פרעמדע תורות; עס איז גוט, אז דאס הארץ זאל באפעסטיקט ווערן מיט חסד, נישט מיט מאכלים; פון וועלכע די, וואס זענען זיך מיט זיי פארנומען, האבן קיין פעולה נישט געהאט.


ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.


נאר עמיצער וועט זאגן: דו האסט אמונה, און איך האב מעשים? ווייז מיר דיין אמונה אָן די מעשים, און איך וועל דיר ווייזן מיין אמונה דורך די מעשים.


דו האסט נישט קיין חלק און נישט קיין נחלה אין דער דאזיקער זאך, ווארום דיין הארץ איז נישט אויפריכטיק פאר ה׳.


מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.


עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן;


דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה;


דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער;


ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן.


דורך וועלכער איר ווערט אויך געראטעוועט; אויב איר האלט דאס ווארט, וואס איך האב אייך אנגעזאגט; אחוץ, אז איר האט אומזיסט געגלויבט.


און נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אונדז און זיי, רייניקנדיק זייערע הערצער דורך דער אמונה.


און עמיצער פון אייך זאגט צו זיי: גייט אייך לשלום, ווארעמט זיך אָן און זעטיקט זיך; איר גיט זיי אבער נישט דאס נויטווענדיקע פארן גוף, וואס נוצט עס?


ווארום די קערפערלעכע איבונג ברענגט ווייניק נוצן; יראת שמים אבער איז נוצלעך צו אלעם, האבנדיק א הבטחה אויף דעם איצטיקן לעבן און אויף (עולם) הבא.


און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט.


אויב עמיצער האט נישט ליב דעם האר, זאל ער זיין אין חרם. מרן אתא.


ווארום דאס געמלט זיין האט טאקע א ווערט, אויב דו טוסט וואס די תורה זאגט; אבער אויב דו ביסט עובר די תורה איז דיין מילה געווארן אן ערלה.


און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער עס האט צוויי העמדער, דער זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס האט גארנישט; און דער, וואס האט שפייז, זאל אויך אזוי טאן!


בלאנדזשעט נישט, ברידער מיינע געליבטע.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite