Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




יעקבס בריוו 1:26 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

26 אויב עמיצער מיינט, אז ער איז פרום, און האלט נישט זיין צונג אין דער צוים, נאר באטריגט זיין הארץ, איז דעם דאזיקנס פרומקייט פוסט.

Gade chapit la Kopi




יעקבס בריוו 1:26
37 Referans Kwoze  

זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס.


ווארום: ווער עס וויל ליב האבן דאס לעבן און זען גוטע טעג, זאל ער אפהאלטן זיין צונג פון בייז, און זיינע לעפצן פון רעדן פאלשקייט;


אויך נישט קיין ניבול‑פה און נארישע רייד אדער צוויידייטיקע וויצן, וואס פאסן זיך נישט; נאר ליבער (זאלט איר אפגעבן) א שבח.


אייער ווארט זאל תמיד זיין מיט חן, געווירצט מיט זאלץ, כדי איר זאלט וויסן וויאזוי איר האט יעדן איינעם צו ענטפערן.


זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין.


דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס;


דעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט.


ווארום אויב עמיצער מיינט, אז ער איז עפעס, ווען ער איז גארנישט, באטריגט ער זיך אליין.


אבער פון די, וואס האבן אויסגעזענען פאר עפעס צו זיין—עס מאכט מיר גארנישט אויס, וואס זיי זענען אמאל געווען: ה׳ איז נישט קיין נושא פנים פון א מענטשן—מיר האבן די חשובים גארנישט צוגעלייגט;


און אומזיסט דינען זיי מיך, ווייל זיי לערנען מצוות, וואס זענען געבאטן פון מענטשן. (ישעיהו כט, יג.)


דורך וועלכער איר ווערט אויך געראטעוועט; אויב איר האלט דאס ווארט, וואס איך האב אייך אנגעזאגט; אחוץ, אז איר האט אומזיסט געגלויבט.


אומזיסט איז זייער יראה פאר מיר, ווייל זיי לערנען ווי מצוות מענטשלעכע לערעס. (ישעיהו כט, יג.)


און מיר געפינען זיך אויך ווי פאלשע עדות פון ה׳; ווייל מיר האבן עדות געזאגט קעגן ה׳, אז ער האט אויפגעוועקט דעם משיח; וועמען ער האט נישט אויפגעוועקט, אויב די טויטע וועלן טאקע נישט אויפשטיין.


דו ווילסט אבער וויסן, אָ פוסטער מענטש, אז גלויבן אָן מעשים איז טויט?


אזויפיל האט איר געליטן אומזיסט? אויב עס איז ווירקלעך אומזיסט.


און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;


זאל זיך קיינער נישט באטריגן. אויב עמיצער צווישן אייך מיינט, אז ער איז א חכם אין דער וועלט, זאל ער ווערן צו נאר, כדי ער זאל ווערן קלוג.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite