22 זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין.
ווייל נישט די, וואס הערן די תורה, זענען גערעכט ביי ה׳, נאר די, וואס טאן (וואס) די תורה (זאגט), וועלן גערעכטפערטיקט ווערן;
אויב איר ווייסט דאס, געבענטשט זענט איר, אויב איר טוט עס.
דעריבער ווער עס ווייסט צו טאן גוטס, און טוט עס נישט, איז עס פאר אים א זינד.
און דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר קענען אים: ווען מיר היטן אפ זיינע געבאטן.
ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ!
מחמת ווער עס וועט טאן דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל, דער זעלביקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער!
און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.
און זע, איך קום באלד—וואויל איז דעם, וועלכער היט אפ די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר.
קינדער, זאל אייך קיינער נישט פארפירן; ווער עס טוט עוסק זיין אין צדקות, דער איז א צדיק, ווי ער איז א צדיק;
אויב עמיצער מיינט, אז ער איז פרום, און האלט נישט זיין צונג אין דער צוים, נאר באטריגט זיין הארץ, איז דעם דאזיקנס פרומקייט פוסט.
נארט זיך נישט אליין אפ; ה׳ לאזט נישט אפשפאטן פון זיך; ווארום וואס א מענטש וועט נאר זייען, דאס דאזיקע וועט ער אויך שניידן.
געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳.
ווארום אויב עמיצער מיינט, אז ער איז עפעס, ווען ער איז גארנישט, באטריגט ער זיך אליין.
אדער ווייסט איר נישט, אז רשעים וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳? באטריגט זיך נישט אליין: נישט קיין זונים, נישט קיין געצנדינער, נישט קיין נואפים, נישט קיין בעלי תאוות, נישט קיין מענטשנשענדער,
און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.
ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט קיין חטא, באטריגן מיר זיך אליין, און דער אמת איז נישט אין אונדז.
צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן.
באטריגט זיך נישט אליין; שלעכטע חברותא פארדארבן גוטע מידות.
און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.
ליידנדיק דעם שכר פון אומגערעכטיקייט; (זיי), וואס האלטן עס פאר א תענוג זיך צו לאזן פרעסן בייטאג, (זענען) פלעקן און פעלערן, שכורן זיך אָן הוליען אין זייערע שקרים, עסנדיק (און טרינקענדיק) מיט אייך;
ווארום מיר אליין זענען אויך אמאל געווען אָן פארשטאנד, ווידערשפעניק, האבן געבלאנדזשעט, געדינט צו פארשיידענערליי תאוות און פארגעניגנס, געפירט א לעבן פון קנאה שנאה, (געווען) פארהאסט, האבן פיינט געהאט איינס דאס אנדערע.
זאל זיך קיינער נישט באטריגן. אויב עמיצער צווישן אייך מיינט, אז ער איז א חכם אין דער וועלט, זאל ער ווערן צו נאר, כדי ער זאל ווערן קלוג.
שלעכטע מענטשן אבער און באטריגער וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פארפירן און פארפירט ווערן.
בארעדט נישט איינער דעם אנדערן, ברידער. ווער עס בארעדט א ברודער אדער משפט זיין ברודער, דער בארעדט די תורה און משפט די תורה; אויב אבער דו משפטסט די תורה, ביסטו שוין נישט קיין עוסק אין דער תורה, נאר א שופט.