Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




בריוו צו די יידן 8:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 דעריבער, אויב ער וואלט געווען אויף דער ערד, וואלט ער גארנישט געווען קיין כהן, ווייל עס זענען דאך פאראן אזעלכע, וואס זענען מקריב מנחות לויט דער תורה;

Gade chapit la Kopi




בריוו צו די יידן 8:4
11 Referans Kwoze  

ווארום יעדער כהן גדול, וואס איז גענומען פון מענטשן, איז באשטימט פאר מענטשן אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, כדי מקריב צו זיין מנחות און זבחים פאר זינד;


דורך אמונה האט הבל מקריב געווען א בעסער קרבן צו ה׳ ווי קין, דורך וועלכן ער האט דערהאלטן אן עדות, אז ער איז א צדיק, ווען ה׳ האט עדות געזאגט אויף זיינע מתנות; און דורך וועלכן הגם ער איז געשטארבן רעדט ער דאך נאך אלץ.


וועלכער נויטיקט זיך נישט טאג אויס טאג איין, ווי יענע כהנים גדולים, קודם כל מקריב צו זיין קרבנות פאר אייגענע זינד, דערנאך פאר די זינד פונם פאלק; דאס דאזיקע האט ער געטאן איינמאל פאר אלעמאל, מקריב זייענדיק זיך אליין.


ווארום יעדער כהן גדול איז באשטימט מקריב צו זיין מנחות און קרבנות; דערפאר איז נויטווענדיק, אז אויך ער זאל האבן וואס מקריב צו זיין.


וואס איז א משל פאר דער איצטיקער צייט; אין וועלכן מען איז מקריב מנחות און זבחים, וועלכע קענען נישט לויט דעם געוויסן שלמותדיק מאכן דעם, וואס ריכט אפ די עבודה,


און איטלעכער כהן שטייט טאג אויס טאג איין, דינענדיק און מקריב זייענדיק די זעלביקע קרבנות, וועלכע קענען קיינמאל נישט אוועקנעמען זינד;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite