8 און דא נעמען שטערבלעכע מענטשן מעשרות, דארטן אבער איינער, וועגן וועמען עס ווערט עדות געזאגט, אז ער לעבט.
וואואהין יהושע/ישוע, אלס איינער וואס לויפט פארויס, איז פאר אונדזערטוועגן אריינגעגאנגען, ווערנדיק א כהן גדול אויף אייביק לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. (תהלים קי, ד.)
ווי ער זאגט אויך אויף אן אנדער שטעלע: דו ביסט א כהן אויף אייביק לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. (תהלים קי, ד.)
און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.
און יענע אבער זענען געווארן מערצאליקע כהנים צוליב דעם, וואס דער טויט האט זיי געשטערט צו בלייבן;
נאך א קליינע וויילע און די וועלט זעט מיך מער נישט, איר אבער זעט מיך; ווייל איך לעב, וועט איר לעבן אויך.
ווארום ווער זענען די, וואס האבן געהערט און האבן געקריגט? צי דען נישט אלע, וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים דורך משהן?
זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
און ווי עס איז נגזר געווארן פאר מענטשן איינמאל צו שטארבן און נאכדעם דער יום הדין;
און עס איז דאך אָן ווידערשפרוך, אז דער קלענערער ווערט געבענטשט פונם גרעסערן.
און, עס איז אזוי צו זאגן, דורך אברהמען האט אויך לוי, ער, וואס נעמט מעשר, געגעבן מעשר;