Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




בריוו צו די יידן 7:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 דעריבער, אויב די שלימות וואלט טאקע געווען דורך דער כהונה פון די לוויים, אונטער וועלכער די תורה איז געגעבן געווארן צום פאלק, צו וואס איז נאך נויטיק, אז אן אנדערער כהן גדול זאל אויפשטיין לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק, און נישט גערופן ווערן לויט דער ארדנונג פון אהרן?

Gade chapit la Kopi




בריוו צו די יידן 7:11
17 Referans Kwoze  

ווארום אויב יענער ערשטער (בונד) וואלט געווען אָן א פגם, וואלט נישט געזוכט געווארן קיין ארט פאר א צווייטן.


איך בין נישט מבטל דעם חסד פון ה׳; ווארום אויב גערעכטפערטיקונג (איז) דורך דער געזעץ, דאן איז משיח געשטארבן אומזיסט.


אבער ער מיט א שבועה דורך אים, וואס האט צו אים געזאגט: דער האר האט געשוואוירן, און וועט נישט קיין חרטה האבן: דו ביסט א כהן אויף אייביק;


און עס איז נאכמער קלאר, אויב אן אנדערער כהן שטייט אויף לויט דער ענלעכקייט פון מלכי‑צדק,


ווי ער זאגט אויך אויף אן אנדער שטעלע: דו ביסט א כהן אויף אייביק לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. (תהלים קי, ד.)


איצט אבער, קענענדיק ה׳, יא נאך מער, דערקענט פון ה׳, וויאזוי קערט איר זיך עפעס ווידער אום צו די שוואכע און ארעמע אנהויב יסודות, צו וועלכע איר ווילט ווידער, אויפסניי זיין אין קנעכטשאפט?


וואואהין יהושע/ישוע, אלס איינער וואס לויפט פארויס, איז פאר אונדזערטוועגן אריינגעגאנגען, ווערנדיק א כהן גדול אויף אייביק לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. (תהלים קי, ד.)


ווערנדיק אנגערופן פון ה׳ כהן גדול לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק.


פונקט אזוי אויך מיר, בשעת מיר זענען געווען קינדער, זענען מיר געווען אין קנעכטשאפט אונטער די עלעמענטארע כללים פון דער וועלט;


ווארום ער איז נאך דאן געווען אין די לענדן פון זיין פאטער, ווען מלכי‑צדק איז אים אנטקעגנגעגאנגען.


ווארום מיט דער ענדערונג אין דער כהונה מוז אויך זיין אן ענדערונג אין דער תורה.


ווייל ער, פון וועמען די דאזיקע זאכן זענען געזאגט געווארן, האט באלאנגט צו אן אנדער שבט, פון וועלכן קיינער האט נישט געדינט ביים מזבח.


און דאס דאזיקע איז געווען אזוי איינגעארדנט, אז אין ערשטן (אויסנווייניקסטן) משכן זענען די כהנים אלעמאל אריינגעגאנגען, טוענדיק די עבודה;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite